אין אינע ווייטע לאנד אין דער באלקאן , אין א קליינע דערפעלע איז געווען א פויער. ער איז געווען קלוג און פלייסיק . ער האט געהאט די שיינסטע און בעסטע פלוימען אין לאנד ,און ער האט פארדיטנט א סאך געלט. ער האט געהט א ריינע און א גוטע און א איבערגעגעבענע פרוי. די קינדר זענען געווען שיין ,קלוג און פלייסיג ווי דער טאטע.
דער פויער איז גווען צופרידען פון זיין לעבן.
ווען די צייט איז געקומען, אז דער עלטערער זון איז א חתן-בחור געווארן, האט דער טאטע דער פויער אונ? צו זוכן א כלה פאר זיין זון. אבער ווי אזוי קאן מען א ריינע, א גוטע און א איבערגעגעבענע מיידל געפונען?
סאיז נישט פשוט.
האט ער געטראכט און געטראכט , ער האט געשמועסט מין זיין פרוי און גארנישט.
איין מאל ווען האט ער געליגן אין זיין בעט איז אים איינגעפאלן אן אידיי!!!
ער האט גוועקט זיין פרוי און איר דערציילט די אידיי. די פרוי איז געווען זייער גליקלעך און געקושט איר מאן דער קלוגער פויער.
אין א מאמענט איז דער פויער ארויסגעשפרונגען פון בעט און געגאנגען איז ער צו דער פלוימען סאד.
מארגן פרי איז דער פויער געקומען צום מארק מיט צוויי וועגענער: איינע פול מיט שיינע גרויסע פלוימען און די צווייטע ליידיקע.
ער האט געפונעןן א גוטען פלאץ אין דער מארק און אנגעהויבן צאגן אויף א קול:
"פלוימען פאר היימיש מיסט נישט פאר געלט!
פלוימן אימזיסט!
פיר איין שעפל היימיש מיסט קרוגסטו דו איין שעפל פלוימען!"
איז זיך צענויף געקליבן א גאנצער עולם. מאן מאכט חוזק און מען זאגט :"א פארדרייטער,א משוגענע.." אנדערע מענטשן זענען זייער בייז געווען און זעגאגט : " ער מאכט חוזק פין ערנסטע מענטשן".
נאר איין מענטש איז געלאפן פון דארטן גלייך א היים און האט געזאגט צו זיין וויב:" שרה –ביילה ,קום און ריין דער הויז. נאך דעם האט ער שנעל געלאפן מיט דריי שעפען מיסט צו דעם פוייער, און האט באקומען דריי שעפעלן פלוימען.
האט דער עולם געזען אז ער איז ערנסט און א וארט איז א ווא ביי אים, האט דער גאנצער עולם א היים געלויפען און גערייניגט די הייזער, און מען האט אים געבראכט איינער א שעפל, דער צוויטער דריי שעפלן דער דריטע א גאנצער זאק .דער פוייער האט מקיים געווען וואס ער האט דוגעזאגט–די מענטשן האבן באקומען פלוימען פאר מיסט.
זייער שנעל דער וואגן מיט די פלוימען געווארן ליידיק און דער וואגן מיט דער מיסט פול.
צו מארגנס דער זעלבע זאך.מענטשן ברינגן מיסט פאר שיינע און גוטע פלוימען. און זיי לאכען און מאכעו חוזק , "טאקע א פארדרייטער, א משוגענער!"
אבער העסק האבן זעיי? אז מיגיט נעמט מען!
דער זעלבע זאך איז אויך גווען אין דער דריטער טאג.
אבער דא האט פאסירט א וונדערבארע מעשה, א יונגע,א שעמעוודיקע,אפיינע מיידל איז געקומען , פאררויטלט געזוגט דעם פוייער:"איך האב א אלטע און א קראנקע מאמע און טאטע, און איך אליין זארגט פאר די ביידע. דריי טעג זוך איך מיסט און איך קען ניט געפונען. אבער מיינע עלטערן דארפן פלומען זייער נויטיג.
האט דער פוייער געשמייכלט צו דער מיידל א ווארמע שמייכל און געזאגט:"קענסט נעמען פלוימען ויפיל דו ווילסט. איך וויל דיר אכלה פאר מיין זון .
די ביסט א ריינע
די ביסט א גוטע
און די ביסט א איבערגעגעבערנע!
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה